all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

א אטעמנדיגער סקעלעט

א שווארצער, פארקנייטשטער סקעלעט טרוקן, פארגליווערט ביזן ביין. צעבויגן, פון ווינט, פון קעלט דורכגעפרוירן ביזן ביין.
ארום אים עס הערשט דער טויט דער פראסט שניידט ווי גלאז, און די וועלט, קוים אטעמט באגראבן, אונטער א שווערן, ווייסן ליילעך.
דער סוף - לכאורה. א מצבה פון האלץ - מסתמה.
אבער טיף, טיפער, נאנט צום הארטן, טויטן שטאם א געניטער אויער הערט דארט שפאלטן -
א שטילע, ווארעמע געפליסטער אין די טרוקענע אדערן. א רויטליכער פליסיגער פולס אין די ענגע קאנאלן.
א שטומער, בלוטיגער קאמף קעגן דער גראוויטי פון יאוש. א הייסער, בריעדיגער געשלעג קעגן געזעץ פון נאטור.
א שטומער קלאפ פון א אומאויפגעב-בארע הארץ א צאנקעדיגער אטעם פון א אומענדליכע גייסט.
אן זון. אן הילף. אן ווארעמקייט. נאר א שטאנדהאפטיגע, אייביגע, פינטל פון חיות.
איך לעב. נישט פון הצלחה, נאר החלטה.
ס׳איז די סעקונדע. ווען דער מוח זאגט, ס'טויט, און די נשמה, זי ענטפערט, שטיל: איך לעב. פונדאסניי.
cheskygo · 2026↯ current