נאך א שפאלט. נאך א פלעק.
א ברעקל. א שטויב.
אונטער דער ערד,
העכערן הימל.
קראצן. שארןַ רייבן. קערן.
גייטס. באפרייטס. די לופט דא שטיקט.
די שטוב איז קריסטאל,
דאס האלץ איז פון שפיגל.
א מלחמה אויף טויט,
מיט פינטעלעך שטויב.
פיצלעך ספק. ברעקלעך עפעס.
באזיגט איין ביי איין.
פארטריבן. צעריבן. פארבליבן -
בלויז צען.
גייטס. באפרייטס. ענקער וועזן שטיקט.
דאס ליכטל ציטערט.
דער פעדער שאקלט בלויז א קאפ.
ביז איין ווינקל -
נאך א שקר. נאך א פעלער.
קנוילן גאווה. א שימעל קנאה.
אין קעלער אונטערן ריפ.
טיפער פונעם בלוט.
שווייגן. דעקן. שלאפן.
נאר דאס פליישיגע קאמער -
עסט נאך חמץ.
מידות. נטיעות. נגיעות.
אלטע. טראציגע.
בליעות.
גייטס. באפרייטס. די נשמה שטיקט.
דער ארום פייערט חירות.
אבער דא ראָסט קייטן.
דער אינערליכער בוידעם.
קלעביג. און נאס.
נאך א טעות. נאך א שקר.
איינגעשלונגען איין ביי איין
פארזיגלט. פארזויערט. פארבליבן -
טויזנט און צען.
גייטס. באפרייטס. דער אמת שטיקט.
דער קנעכט קרוינט זיך קעניג.
דאס הארץ שאקלט בלויז א קאפ.
אבער אונטערן ווייסן קיטל.
א פארשטויבטע הארץ.
פארגעסן. פארלאזט.
אינעם דרימל. טומל.
ער אטעמט ווייטער. ווידער.
קנעכטשאפט.
גייטס. באפרייטס. גלות שטיקט.