בערג, זענען געמאכט צו קריכן
א מעי״ז, איז געשטעלט צו זוכן
שטיינער, איז דא צו בויען
חלוקי דיעות, איז געצילט צו געטרויען
צומישעניש, איז א וועג פאר קלארקייט
זיך לאזן, איז א סימן פאר שטארקייט
פארמעסט, איז געמאכט צו געווינען
פארלירן, איז אמאל פארדינען
שווימען, קומט האלב דערטראנקן
נעמען, איז האלב געשאנקן
א קרעכץ, איז א האלבע ליד
און א צובראכן הארץ איז א גאנצע איד.