all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

א גרינער

ווי א גרינער, צווישן גרינע, באשעפענישן. אין א גרינע וועלט, פון גרינע ענדלאזיגקייט.
העל גרין, טונקל גרין, גאלד גרין, יעדע מין גרין.
גרינע שאטנס, ווי גרינע נאטן, קלאטשן ריטמיש צו א גרינע ניגון, אויף א גרינעם ווינט. די זון טאנצט מיט א טאנץ פון גאלד און גרינע שטראלן.
סאמעטענע גרין, זיידענע גרין, פלושענע גרין, גלעטן איידל די וועלט'ס לונג. זיי אטעמען שטיל, א גרינער שטורעם, אין א גרינע רוהיגקייט.
געביגלטע גרינע וואקסן אויף די צווייגן. יונגע גרינע קעפלעך, לעבהאפטיג, צווישן גרינע פארוועלקטע זיידעס שטופן זיך זיי ווייגן.
צווייגעלעך, בלעטלעך, בריוועלעך, צעטלעך. ביימעלעך, גרעזעלעך, קעפעלעך, הענטעלעך.
אין א ים פון גרין - צווישן בלוי און גרין, ווייסעך נישט וואו אהין - א שווארצע הוט זיך אהין צוטון.
cheskygo · 2026↯ current