all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

א הארעלע

א הערעלע געדרייט צווישן פינגער פארכאפט כאילו זי פארשטייט נישט וואס קלאפט
אין סברא פארקנייטשט פארוויקלט, פארקלערט אין דילעמא פארקניפט קרייזעלעך זי ווערט
א שנירעלע ווייסע אין צירקלען גייט פארציילט זי א מעשה לאנג און געדרייט
מיט צוואנג אפגעפליקט פון שורש ווילד גענצליך אן וויסן איר חלק אינעם בילד
געפעלט האט א האר צי ערגענצן די סברא געפאלן איז אין פלאץ -
זי אין די גמרא. זי און די גמרא.
#תורה
cheskygo · 2026↯ current