טעפיכער נישט געמאכט צו קלינען
יענעמס גרינער נישט צום פארגינען
בלומען טעפ אן קיינע וואזן
עס פעלט זיי קיין וואסער צו שפייזן
א וואסערפאל פאר די געהירן
געבויט נאטורליך ס׳זאל זיך שפירן
לאנדשאפט, אויסשטאפירט פארמעגליך
שטיינדעלעך געפלאסטערטע וועגלעך
לעקטער אויף אויטאמאטישע זייגער
פאר יעדע נאטור און שטייגער
א נויז מאשין בעסער צו דרימלען
וואלפאפיר מיט א אויסוואהל פון הימלען
די טערמעסטאט אויך פארגעשריטן
היץ, קעלט און אלס אינדערמיטן
א וועקיום קלינער אויטאמאטיש
פיצל קליין, קלוג, ראבאטיש
פאדלאגעס וואס וואשן זיך אליין אויס
שויערס וואס האלטן א ריין הויז
פון זיך אליינס דורשט אפשטילט ער
קראנען מיט אריינגעבויעטע פילטער
א זון-דאך פאר די שטראלן וועט נישט שאדן
און מאטאראזירטע וואלענע לאדן
אויך א פרידזש וואס פולט זיך אליין אן
אין פראדוקציע רונדעס גייען אן
מוזיקאלישע נאטן קוויטשקען אינסטראמענטיש
אין יעדן שטיבל באזונדער פאטענטיש
א הייזקעלע העכסט סיסטעמאטיש
איר אייגנטומער היפש בעל הבתיש
איר מייסטער בויער ארכיטעקטיש
געפלאנט געבויעט, און ער דעקט טיש.