all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

א לעבעדיגע ניגון

געבוירן איז עס איין נאט.
קליין. ריין. אומגעענדיגט.
דאן איז געקומען א צווייטע. און צווישן ביידע האט זיך געפארעמט א טאן.
א געוויין האט געשריבן א ליניע. א שמייכל האט געזינגען א תנועה'לע. א שטיינדל האט קאמפאזירט נאך א פאל.
א טריט האט געגעבן ריטעם. א פאל האט געגעבן מעלאדיע. א טיר וואס האט זיך פארמאכט האט געגעבן א פאוזע.
א שמחה האט אריינגעברענגט א פידל. ווייטאג א טיפן טשעלא.
איינער איז דורכגעגאנגען און איבערגעלאזט א קלאנג. אופ. אראפ. ארויף.
אזוי איז עס געוואקסן. נידריגע הויעכע טענער. און תנועות.
נאטן האבן געקלאפט. אנדערע האבן געביסן. פארדרייט מיין ניגון מיין געוויסן.
איינער א קלאנג איינער א קאורד איינער בלויז א שטילקייט און דראמא.
ווען נאך א טאן איז געבוירן און די נעכטיגע קרעכץ איז געווארן די הארמאני.
קרעכצן האבן געפלאכטן תנועות. און חלומות האבן צוגעלייגט שטימעס צו פעלער וואס זענען ליידיג.
איך האב שוין אפאר מאל געמיינט אט איז דער ניגון. איך קען עס. שוין. זינגען.
אבער דאס לעבן האט נאך א בלאט געשריבן. און אריינגעברענגט נאך אן אינסטרומענט וואס איך האב נאכנישט געקענט.
און ערגעץ צווישן וואס איז שוין געשפילט און וואס האט נאכנישט אנגעהויבן.
ליגט דער ניגון. דרייט זיך און שרייבט זיך.
אָשִׁירָה לַה׳ איי איי איי בְּ - חַיָּי.
#לעבן
cheskygo · 2026↯ current