all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

א מבול

א מבול פון גוטס שוואוילטאג קויפער מבית ובחוץ פול, מיט כופר
אפן ביזן תהום פארשוועמט מאראל חוקי סדום די נייע נארמאל
פלינדערן יענעם די צווייטע האלב גלעזל א לעבעדיגע גיהנום פון טויט און גזל
א שטראם פארשוועמט כוואליעס אומעטום צופיצלט און צונעמט יעדע אינטש יקום
פארע און היצן צום טויט שטיקט כלו כל הקיצין אינטעליגענציע צופליקט
הייבט זיך די וואסער צו סכנה׳דיגע הייעך דעטראנקען א נאסער כאפט וואס שייך
צוגאנגען אנושית פארברענט איר מהות פארוואסערט די בושות אין צונאמי׳ס פון שטות
א מסורה מקובל אז מסורה איז פאנאטיש שיין איז איבל קלוג איז אויטאמאטיש
א רעגנבויגן פון קאלירן און רויעך בלינצן פאר די אויגן פארטעמען די מוח
אין דור המבול שווימען מיר אקארשט וואסער א מבול פארט א דארשט
לא צמא למים איבערגענוג מים זדונים בענקען צו שמים די מים התחתונים
א שטיבעלע פון האלץ בוי אויף מיט כח דיין אידישע שטאלץ איז א תיבת נח.
#טעכנעלאגיע
cheskygo · 2026↯ current