all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

א ניגון פון געוויין

וואס קוויטשעט א געזאנג טשוויטשקעט א שירה פון חדשים לאנג. א זעקעל'ע לעבן מיט סאמעט פארפאקט ריטמישע אטעם'ס קרעכצן צום טאקט. כליפעט א עופה'לע די פליגעלעך ווארפט אהער דא צו פליען ווער האט געדארפט. שמייכלט זי, מאמע פונקט פארוואס פריידיג מיר מקבל צו ערד פון פארדרוס. אונטערן שטוהל אינעם בלויען הימל זיסער געווען איז ווי דער בלוי'ער טומל. קום נשמה מיין מיט דיינע פיצעלע הענט אויפטוהן א וועלט וואס קיינער האט געקענט. פריידיג מיר זינגען דיר ברוך הבא גיב נחת דיין טאטן דארט אויבן, און דא.
#לעבן
cheskygo · 2026↯ current