איין, פינטל
כאטש איין
קליין, פינטל
איך זוך
ווי מיט לעכט.
איך וויל געפינען
כאטש דערקענען
די פינטעלע
דארט
איז זי א איד
עכט?
איז עס ווייס
איר קאליר
ווי מיר
אדער מיין הארץ?
צי גאר איז
איר מהות
א פיצל
שווארץ?
די פלעקל
צי קען איך
גיבן א קראץ
א בלאז
אראפ?
די נקודה
דערטאפן
כאפן
און גיבן
א לאז אפ?
צי קען
די אתרוג
דען
זיין מיינע
געגועים?
וועט דען
אזא הערצל
פארשטיין
צו מיין
נענועים?
איז עס איך
טיף טיף
א הדר
מיט טעם
און שמעק
פון א איד?
איז מיין הארץ
די אתרוג
וואס מיר ציעט?