מיינע אויגן זוכן די גרויע אספאלט.
אן אראפגעלאזטער בליק, אין א מויער פון אויגן ברעם.
שטילע פוסטריט גייען פארביי,
אן איידעלע שאטן וואס צילט צו זיין אומזעהבאר,
אבער איך שפיר א קעניגליכע אנוועזנהייט.
איך ווייס נישט דיין נאמען.
איך האב קיינמאל נישט געזען דיין געזיכט.
אבער דיין באהאלטנקייט איז א מאגנעט,
א מאגנעט וואס ציעט צו קוקן אין מיר אליינס.
א ליכטיגקייט וואס שיינט פון טונקעלע שטאף.
א דיאמאנד וואס לייכט אנע ליכט.
אויף די זעלבע שטיין א צווייטע פאר שיך
א מארק-פלאץ פון אראגאנץ
א שטורעם וואס בעט,
קויף פון מיר א בליק.
א ביליגע שטיקל גלאז, וואס שפילט קריסטאל.
א גלעקל וואס קלינגט א ליידיגער ווידערקול.
און דאן גייסטו פארביי.
אן איידעלער אטעם. א אפגעהיטענע סוד.
א שאטן וואס בעט מחילה פארן נעמען פלאץ אין גאס.
דו זוכסט באשיידנקייט, און טאקע דארט ביסטו קעניגין.
א אפגעהיטענע אוצר. וואס אנערקענט איר אייגן שאץ.
א טיפער טייך וואס דארף נישט קיין כוואליעס צו צייגן איר טיפקייט.
איך קוק נישט אויף דיר -
דעריבער קוק איך אויף דיר אזוי ארויף.
דורך נישט צייגן קאלירן, צייגסטו דיין נשמה.
און דורך אראפלאזן מיינע אויגן, זעה איך דיין שיינקייט.
ווייל ביסט שיין. דו אליין.
א שווייגנדער בריוו.
אן קיין אדרעס. אן קיין טינט.
פון א מאן וואס וויל נאר היטן זיינע אויגן,
צו א פרוי וואס היט די גאנצע וועלט.