all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

א טראפ צי ראסטיג

מיין פעדער - איך קוק אויף איר פרעמד, ווייט, פארטרוקנט.
אין מיין פעדער - איך זוך א שווארצע ים פון כוואליעס, שטורעמעס, טראפעלעך, אפגרונדן, וואס פארשטייען די גרונדן פון מיין הארץ.
מיין פעדער - פארגליווערט א שטיק, קאלטע אש.
א פעדער - אן פליגל אן א פויגל צו פלאטערן.
מיין פעדער - מיין קוואל ווי גלאז, ווי אייז, גרויזאם פארטרוקנט פארפרוירן.
אין מיין פעדער, ארעסטירט אין גראטעס, איז א מבול פון טויזנט אותיות.
מיין פעדער - א טרוקענע ים-סוף וואס איגנארירט און וויל פשוט נישט זיך שפאלטן פאר מיין דראנג.
אין מיין פעדער - איך הער קלאפן, קראצן, פארלוירענע געשרייען דערשטיקטע ווערטער. זיי שטויסן די ווענט פון אינעווייניג.
אבער די שליסל - איז א טראפ צי ראסטיג.
#פאעזיע
cheskygo · 2026↯ current