אין הימל א וואונד
פאראייטערטע גאלד
פארבלוטיגט
אנטמוטיגט
זי טרערט
ווער הערט
אחוץ - מיר
שטומע צווייגן
זיי שווייגן
הערן
די טרערן
שאקלען צי
אן מיה
און איגנארירן
כוואליעס זיי קרעכצן
פיבערן אין היץ
טריפן
שטופן
ווי ווייטער
רויע אייטער
פון אונטערן ברי
אין ימען פון לעבן
ענדלאזיגקייט אן ברעגעס
אין א שיפל
אן צופיל
שטאף
בלויז האף
און קיינער
נאר איינער
אחוץ - מיר