אהבה שנירלעך
שנירלעך טרערן
הייסע, בריעדיגע
זיי פאלן, זיי גליטשן
געזאלצן.
הייסע טרערן
זיי קומען, זיי גייען
פון הערצער, צום הימל
אינגאנצן.
הייסע טרערן
פון שווארצע הוטן
ווייסע טליתים
ביינעזאם.
הייסע טרערן
פון זילבערנע הערעלעך
יונגע לאקעלעך
איין פלאם.
הייסע טרערן
פון הערצער, נשמות
שלאכט, און מלחמות
אומדערטרעגליך.
הייסע טרערן
פון פאלן, און הייבן
האפן, און גלייבן
טעגליך.
הייסע טרערן
לענגען, און פארעמען
טראפן, און שטורעמען
ווי איין
די הייסע טרערן
זיי וויינען, זיי בעטן
מיינען, און ווילן
תורה פארשטיין!