ס'איז דא 'אינדערמיטן' -
שלעכט, גוט
און דערמיטן
רעכטס, לינקס
און דערמיטן
פאראויס, צוריק
און דערמיטן
און ס'איז דא 'אינדערמיטן' -
צווישן אינמיטן
און דערמיטן
ערגעץ אינדערמיטן
נישט בייז, נישט גוטן
אינדערמיטן
פון ערגעץ אינמיטן
און איך שטיי
אינדערמיטן
פון יענע מיטן.