all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

אלף למד וואוו למד

אב לויפט, ווייטאג לעבט, א ליכטיגע ווייטע לעמפל, אלול לייכט ווידער ליכט, אויף לעבן וואס לויפט, אויף ליידן וואס לויטערט, אויף ליבשאפט וואס לעכערט, אויף לבבות וואס ליידן, אן לופט, ווייניג לוסט, אפשר לעבעדיג, ווייטער לער, אפילו לאכן ווייזט ליידיגקייט, אן לעבנסלוסט, וואונדן לעקן, אומעטום ליגט ווייטאגליכע לופט, אידן ליידן, וויינען לאנג, אינדערפינסטער לעשן ווינטן לעכטלעך, אומרוה לאזט וואקסן לאסטן, איינער לעבט ווייטער ליידיג, איינער ליידט ווייטער לאנג.
אבער - לבבות ווילן לייכטן.
אלול לאזט ווילן לעבן! אלול לאנגע ווייטאג לינדערט, אינערליכע ליכט וועקט ליבליך, איבערגעטראכטע לעבנס ווערן לויטער, אויסגעטריקנטע לעכצן ווערן לעבעדיג.
אז לעבן ווערט ליכטיג, אלטע לאסטן ווערן לייכטער, אמת לאנגזאם ווערט לויטער, איינער לערנט ווידער לעבן, איינער לערנט ווידער ליבן, איינער לערנט ווידער לויבן.
אלול לאזט ווייטאג לייכטער, אלול לאזט ווידער לייכטן, אלול לאזט ווידער לעבן.
אני לדודי ודודי לי!
#אלול
cheskygo · 2026↯ current