×
←
all poems
בס״ד
poem
· yiddish
אלקאהאלי-קער
אויף א פלעק
זאגט מיין באבע
לייגן מ'זאל
אביסל אלקאהאל.
עס קען
צוריקשטעלן
דעם ארגינעלן
גלאנץ.
אינעם לונג
פון א איד
אביסל וויין
גיס אריין.
לאז עס טאנצן
אפאר מינוט
עס וועט גלאנצן
ווי א איד.
cheskygo · 2026
↯ current