all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

ארויס פון די בלוי

א בלויע ים איבערן קאפ פון מזרח צו מערב צעגאסן אן א טראפ.
בלויע אויגן הויך אין הייך באטראכטן מיין שאטן שטיל, ווייט און ווייך.
בלויע פירהענג פון וואלקן געשטריקט פון מזרח צו מערב טאקטיש זי וויגט.
בלויע טינט פון יעדע שאטיר ווי די וועלט און נאטור איז ווען איין קאליר.
א בלויע שפיגל וואס שפיגלט צוריק מיטגעפיל און ליבע בלויז מיט א קוק.
א בלויע אינזל אין א ים בלוי ענדלאזע טרוימען
בלויע חלומות בלויע רעיונות בלויע געפילן פון בלויע נשמות.
בלוי איז צוטרוי כווייס נישט גענוי אבער זיי זאגן אזוי.
cheskygo · 2026↯ current