all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

א(ר)ויסטרעטן

א נייע וועג פון אלטע שטיין געוואלט איך פלעג וועלן גיין
אויף פרישע לופט מיט אלטע גערוכן אין פרעמדע גערטנער פרובירט פארזוכן
נייע שטעגלעך איבער אלטע בלעטער אויסטרעטן - מעגליך זיס זיין וועט ער
אויף פרישע סטרונעס פון א ירושה פידל שפילן מיט ציטער א נייע לידל
אויף שווארץ-ווייסע שריפטן נייע פארבן אפשר אזוי וועט די לוסט נישט שטארבן
נייע צווייגן אויף א אלטע נעסט שפינען זיך דערוואגן און בלייבן פעסט
נייע טריט אויף אלטע גרינדן צווישן אייביג און יעצט פילט זיך געבינדן
אלטע שטריק ניי געשפינט איז ׳איך׳ פריש - אבער געזונט!
cheskygo · 2026↯ current