אין א ווינקעלע שטייט
א ליכט און שיינט
שטיל
זי וואונקט
צאנקט און צייגט
אין א ווינקעלע ווייט
א שטיין פון גאלד
איר טויער
פון טרויער
איר רוקן פארנייגט
מאמעלע, זיין
נעבן דיר
ביים טיר
און שיינען
איך וואלט געוואלט
פון דיין פענסטערל
דארט ארום
ווארפן שטראלן
סיגנאלן
פון טרייסט
אבער, מאמעניו
דיינע פליסיג
הייסע טרערן
שטערן
מיר שיינען, דו ווייסט
די זארגן
פאר דיינע קינדער
מיינע צינדער
זענען וואר
דאס יאר
מער ווי אמאל
זיי זוכן נחמה
קול ברמה
זיי דארפן דיין
און מיין
שיין און גלעט
אבער -
דיין טרער איז מיין אויל
און איך,
הייסע עדות
אז זיי ברענען
און קענען
ישועות ברענגן
מנותר קנקנים
א טראפעלע שמנים
השפעה
כראוי
און מנוחה
איך פון מיין ווינקל
און דו פון דיין
צוזאמען שטיין
די לויב,
און געוויין
זיך צוהערן
מיין פלעמעלע ריין
פונעם כהן אליין
שהחיינו
וקימנו
מיט דיינע קינדער
זאלסטו אט הערן.
און ברענען, אויף אייביג.