all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

אויפשטיין

אויפשטיין.
א שטיין אין הארץ א שטיין אויפן פעלד ווי שווערע שטיין א שטיינערנע וועלט
שטיינדלעך פאלן שטיינדלעך אין וועג די וועלט בלייבט שטיין אויסגעלאפן פון טעג
בלייב נישט שטיין פארשטיינערט, הארט דארפסט פארשטיין אז איינער דארט ווארט
די שטיינדלעך שלייפן צו זעלטענע דיאמאנט א שטיין נאך א שטיין בוי דערפון א וואנט
א מצבה איז שטיין אבער לעבן גייט און שטיינער, רוקן האט נאָך באדייט
די שטיינדלעך בויען די נפש, צו ביישטיין מיט די שטיינדלעך בויען קען נאר, א איד אליין
שטיין אויף יעדע מצוה גלייכגילטיג נישט שטיין ווייל אט פון שלאף ער טוט שוין אויפשטיין
שטיינדלעך לייג איך דא אויפן ציון מיט די שטיינדלעך וועט געבויט ווערן ציון?!
#לעבן
cheskygo · 2026↯ current