א בענקל, אויבנאן
וואו קיינער טאר נישט
זיצן
קיינער טוט נישט
און קיינער וועט נישט,
נישט יעצט
נישט מארגן
אפשר מארגן
הלוואי - מארגן!
עלנד, ליידיג
עס בענקט
דער בענקל
א בענקשאפט
נאגנד
אומדערטראגנד.
די בענקל
פון מיינע טרוימען
די אנלאנער
פון מיין שטארקייט.
מיין עהרע -
צעבראכן
צעבויגן
אפגעזויגן.
מיין אנלאנער!
איך וויל זיך,
אין דיר אנלאנען
אין דיר אנכאפן
נעמען שטארקייט
דיר פילן
זען -
נאך איינמאל
כאטש.
איז דיין בענקל
דארט ערגעץ
אין עולם הבא -
שענער
פרעכטיגער
ווי די ליידיגע
אפגעריבענע
דא?!