קאלירן.
שרייען. קוויטשען.
שפרינגען. ווילדען.
איך דריי מיך אוועק.
אוועק.
צו בלינד.
צו שרעק.
קאלטע שווייס.
בריעדיגע אייז.
דער מח פארשלאסן.
די לענס אבער אפן.
מיליאנען פיקסעלס.
בליצן. קריצן.
וואונקן. בלינקן.
איך דרוק צו די אויגן.
אייזערנע טירן.
שטאלענע גראטעס.
עס קוועטשט די פלייש.
א וואולקאן אין די אדערן.
אינדרויסן איז ליכטיג.
אינעווייניג א קריג.
די געווינער בילד -
אין קאמף פארלוירן.
אבער די שטילע שלאכט.
אינגאנצן געווינען.
א בלינדער סאלדאט.
א קלוגער קעניג.
מיין קאפ. אראפ.
מוח - פאראויס.
די נשמה. פליט.
ארויף. ארויף.
אבער די פיס -
נאך אלץ דא.
נאך אלץ שווער.
נאך אלץ מענטש.