ציכטיגע נשמות
פאלן פון הימל
א שטילע דראמע.
לייגן א האנט
אויף דער מידער ערד
שעפשען א סוד
טייער מסתמה.
נישט סתם וואסער
קאלט און געפרוירן
קליינע מלאכים
נארוואס געבוירן.
איך זע זיי פליען
קריכן אין הימל
אין א זילבערנעם חלום
ווי די חושים פארלוירן.
קוק ווי די וועלט
האלט איר אטעם
ווען די שכינה כביכול
אראפ צו אונז קומט
עס מאכט אלעס גלייך
עס מאכט אלעס ניי
עס מאכט אלעס ריין
אלעס עס שטומט.
הלוואי אויף מיין הארץ
זאל אויך אזוי שנייען
אלטע זינד און דאגות
פארהיילן אין וואטע.
אין מיין ווארעמע היים
שניי אויך זאל זיך געפונען
און ווערן צולאזט
צו דיר טאטע.