all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

בצאתי לירושלים

ווייטאג, טראמא שטרייפן, פידזשאמא קיין אמעריקא
מיט שיך און זאקן שטריימל ארויסוואקן פון אמעריקע
אין שיף קעלערן פארהויקערט, פעלערן קיין אמעריקא
אויף וואלקן און וויגל לויפן ווי אויף פליגל פון אמעריקע
היימלאז זיי שטייען אין עליס-איילענד'ע רייען קיין אמעריקא
מיט שירות אין שורות אינאיינעם מיט די דירות פון אמעריקע
אין וואונדן און ווייען שפייען, שרייען קיין אמעריקא
מיט א גראדן רוקן אין די אויגן זיי קוקן פון אמעריקע
צרות ואנחות צושניטענע משפחות קיין אמעריקא
פאמיליעס פארצווייגטע שטייפע, געוואגטע פון אמעריקע
טאטעס אן קינדער אלמנות, באזונדער קיין אמעריקא
עלטער זיידעס מונטער מיט מיליטערן דערונטער פון אמעריקע
חורבן, שטארבן צופיצלטע שארבן קיין אמעריקא
דורות אויפגעשטעלטע ערליך, אויסדערוועלטע פון אמעריקע
בערום ובחוסר א קליין ביסל נותר קיין אמעריקא
א דור צו שטאלצירן וועט ארויס מארשירן פון אמעריקע
די קדושים פון די גרובער און ליכטיגע אידישע שטובער לויטער, געטריי נשמת כל חי שפאצירן - קיין ירושלים.
cheskygo · 2026↯ current