א שטיקל פלאסטיק.
שווארץ,
און שטיל.
עס האלט -
די אטעם פון א מאמע
די בלוט-דרוק פון א טאטע
שטיל.
רינג. רינג. רינג.
די קלאפעס פון א הארץ.
די קלאנג פון בענקשאפט.
רינג. רינג. רינג.
- העלאו?
אה. ס׳זיין קול.
זיין שטימע.
זיין הארץ.
ער געדענק,
ער טראכט פון מיר.
ער ווייסט,
ווער עס זארגט, בענקט, טראכט
פון אים.
מיין צדיקל.
איז דיר גוט, מיין קינד?
עסטו? שלאפסטו?
וויאזוי גייט דיין טאג?
פעלט דיר עפעס?
-
דריי מאל א טאג.
ער זיצט -
שטיל,
אויף מיוט,
און ווארט. גארט. לעכצט.
ער וויל הערן
נאר דאס,
- העלאו?
איז דיר גוט, מיין קינד?