all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

EKG רעזולטאטן

בלוי געל און רויט קאלירן פיל און מיין אויג פרובירן וויל כאפן א בליק דארט אהין
לויפן גיך בילדער פיל קויפן זיך הנאה, איך וויל טרעפן גליק אין א מאשין
די פייער שטיל טיף אין הארצן אויפפלאקערן וויל און מיר פארשווארצן אבער, ניין כ׳קען נישט פועל׳ן נשמה׳לע מיין זאלסט ווערן קוילן
אוי, מיין הארץ איך וויל יא דיין פייער פילן אבער, מיין הארץ דיין היץ קען מיר אפקילן אוי, מיין הארץ דו זאלסט נישט אפשטילן וואס, מיין הארץ וויל באמת ווילן
טאג און נאכט מונטער איז-ער וואס איך טראכט פארדרייען מוז ער מחשבות ווילד צו יעדע צייט
צו תורה, תפלה אויך פארשטייט ער חסידות, אפילו גוט פארדרייט ער און אויך ווארפן שולד אויף מיין זייט
טיף אין מוח שטייף און ערליך אין הארץ א רויעך שטיקט געפערליך פארכאפט מיין בליק און געוויסן דער צווישן-בריק איז איבערגעריסן
אוי, מיין הארץ איך וויל יא דיין פייער פילן אבער, מיין הארץ דיין היץ קען מיר אפקילן אוי, מיין הארץ דו זאלסט נישט אפשטילן וואס, מיין הארץ וויל באמת ווילן
cheskygo · 2026↯ current