ליידיגע טייסטער
אנצופולן הייזער
שטארקן גייסטער
און זיין א וועג ווייזער
געמיטער פארצער׳טע
פון ענדלאזע גארן
די ציהל אויסגעווארטע
פאר זיי אויפשפארן
צו פנימער פארקרומטע
געשריגן בקול רמה
פאר די שטובער פארשטומטע
א שמייכל, א נחמה
שווארצע עתידות
מיט גרין פארדעקט
אנטוישונג און ירידות
אונטער איר פארשטעקט
שטראלן פונדערווייטן
פונקען פון האף
זיך רופן ׳א טאטן׳
און נישט ׳א בעל חוב׳
נאך א דאלער
נאך א טראפל
ר׳ שלמה העלפן זאלער
מיט איר נאך א קאפל
אידן צוזאמען
קליין און גרויס, לך כנוס
פלאנצן נייע שטאמען
וואס פון זיי וואקסן ארויס
שיכטן און קרייזן
וואלוטעס אלע מיני
געקומען זיי אויסלייזן
מיט 6 מיליאן גרינע
געגרייכט דעם ציהל
פון אנהייבן א וועג
ברענגען פאר פיל
פרוכטבארע טעג
נשמה׳לעך געפארעמט
פאר אומגליקליכע פארן
וועלטן געשטורעמט
עולמות געבארן
השם מי כעמך
ישראל גוי
א שטאנהאפטיגע בר סמכי
זיי פארבלייבן גענוי
מלאכים גלאצן מיט קנאה
בניך ובוניך תיקרי
א מזמור פון קינה
כי שם השם נקרא
מיט דיר איין
עולה רגל זיין
ארויף דעם בארג גיין
מער נישט ׳אליין׳
באניי אונזער וויגל
דיין וועלטל זיי מקיים
מייט די 6 מיליאן ציגל
בנה ירושלים!