וואו גייעך
וואו קומעך
וואו פארשטייעך
וואו איך געפימעך.
ארום און ארום
דא, און אומעטום
אין א מיסטיש יקום
טויב און שטום.
וואס פילעך
אז איך וויל
וואס ווילעך
אז איך פיל.
א שטילקייט און טומל
צווישן עפר און הימל
חלום און דרימל
פריש און פארשימל.
וואס טראכט איך
ווען איך קלער
פארוואס קלער איך
ווען איך טראכט.
ס'איז רצונות אן ווילן
א כאראקטער אן עס שפילן
א הונגער בלויז צו שטילן
א פייל נאר אנע צילן
נעכטן טראכט איך - היינט
און היינט - איבער נעכטן
אבער
אויב היינט איז נעכטן׳ס מארגן
איז היינט מארגן׳ס נעכטן.
איז וואו שטיי איך?
דא. היינט.