קעמפ איז מוראדיג,
מוראדיג.
פארן קינד, פאר זיין נפש
פאר זיין ערציאונג
קעמפ האט אזויפיל מעלות
אזויפיל געלעגנהייטן.
קינדער לעבן אין קעמפ
לעבן אויף אין קעמפ
די מצב, די פרישקייט
די סביבה
קינדער שטייגן אזויפיל
אין קעמפ.
ער לערנט זיך אחריות
דרך ארץ, מידות
וויאזוי זיך צו נאכרוימען
אויפרוימען
מסדר זיין פליכטן
פירן, אנפירן, אנגרייטן,
שעפערישקייט, ערוואקסנקייט.
קינדער לעבן
אוועק פון טאטעס מאמעס אויג
קריטיק, אדער הילף.
קינדער ממש -
בליען אין קעמפ
טוישן זיך אין קעמפ
האבן די בעסטע, זיסטע
זכרונות פון קעמפ.
קעמפ, איז א ברכה.
קעמפ ווערט ווי א משפחה.
איז אפשר, איז קעמפ -
א באשלוס -
און ביי מיר אינדערהיים?