all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

פארברענטע ברעקלעך

שווארצע, פארברענטע פינטלעך. שווארצע שטערנס אין א פונקלדיגן טאנץ אויף א רונדיגן הימל. פארברענט ביי די עקן. אין שקיעה׳דיגע היץ.
בליטשקען די ספערן אדורך די לעכער ווארפן שטראלן אדורך די הויט. ווארעמען, אדורך די אדערן.
איין שטערן פארלאשן. נאך א שטערן פארלאשן. די זון פאלט - גיבט זיך אונטער און בלוטיגט אויס צווישן די לעכעלעך. די שכינה טראפט אריבער אונטערן פורהאנג.
דער הימלישער גערוך פון אמאליגע קעניגליכקייט שטאטליך וועפט אויס. ווי א וואלקן אינעם פרילינג ווינטל דורכן אפענעם פענסטער צו א גרויען, וואכעדיגן מארגן.
ברעקלעך מצה. ברעקעלעך הארץ. ברעקלעך קריסטאל. ווי א צעשפליטערטע מלוכה קרוין.
דער הימל צעגייט צוריק צו בלויז מעל. מעל און וואסער. וואסער און מעל. א ווייטער טעם פון קדושה אויפן שפיץ צונג.
אבער וואו פאלן די שטערנס ווען א הימל צעברעקלט זיך?
די פארברענטע ברעקלעך פון בריעדיגע אמונה. בריעדיגע ליבשאפט. אייביגע חירות. זענען אראפגעפאלן אריין - אין מיר.
אינעווייניג - גייט אויף די זון און גלעט - דעם גרויען טאקט ווי קיינמאל בעפאר.
cheskygo · 2026↯ current