די וועלט ארום מיר ווי א שטילע בילד.
א רואיגער אטעם פון מציאות.
א פאסיווע ריטעם פון נאכט און טאג,
וואו די שעות רינען ווי א שטילער טייך.
די עכטע וועלט קוקט מיר גראד אין די אויגן און זאגט:
"ס'איז בסך הכל א פשוט'ער, קלארער דינסטאג.
קיינער רודפ'ט דיך נישט.
קיין שום ווינט בלאזט נישט."
אבער אין מיין שיפל,
דער קאמפאס איז אינגאנצן צעבראכן.
אינעווייניג איז נישטא קיין באלאנס.
נאר א ווילדער געמיש פון פילינגס.
איין מינוט פלי איך אין א הימל פון עקסטאז,
די נעקסטע, פאל איך אין א קאלטן תהום.
א מינוט ארויף, א מינוט אראפ, א מינוט דערויף,
איך דערקען מיר קוים.
דער בית מדרש ברומט מיט טויזנט שטימעס אין איין טאן.
שווארצע רעקלעך, ווייסע העמדער.
א ים פון היימישע אידן, געבינדן ווי איין גרויסע קייט,
פלאוטן אויף די כוואליעס פון יעדער און אלעמאל.
דער שטענדער שטייט פעסט,
די שורות אין די גמרא זענען קלאר און געמאסטן.
די קאווע גלעזל ווערט פול, ליידיג, און נאכאמאל פול,
ווי נעכטן, ווי היינט, ווי יעדן טאג.
אבער איך זיץ צווישן זיי, ווי א פארשטופטער אינזל.
א פרעמדער גאסט אין מיין אייגענעם רעקל.
דער יוניפארם מאכט מיר אויסזען פונקט ווי יעדן אויפן באנק.
אבער אונטער דעם גארטל, פיל איך דערשטיקט.
מיין שכן שאקלט זיך ביים דאווענען, ער קוקט געלאסן אויפן זייגער.
זיין רעאליטעט איז א גלעזל קאווע, א מנחה, א פשוט'ער סדר היום אין א לוח.
און ביי מיר?
מיינע עמאציעס בלאזן אונטערן ביבער היט.
איך שווים אין א כאאס וואס קיינער אנדערש זעט נישט.
איך קעמף א צונאמי - אין א פשוט'ן גלאז וואסער.
ביים שבת טיש, די חבריא זינגט און אלע שטימעס שמעלצן זיך צוזאם.
מ'קלאפט אויפן ריטעם פון פשוט'ע אידישע נחת.
אבער מיין מח פליט אויף אנדערע פליגלען.
איך שפיר נאר די נאטן וואס קיינער זינגט נישט.
א ׳פירער׳ וואס דארשט פאר אויטענטישקייט,
אין א סיסטעם וואס אלע סעטטינגס זענען געשריבן פון פאראויס.
א כסדר׳דיגע מלחמה צווישן דעם גיין מיטן שטראם,
און דעם אומזעהבארע וואולקאן וואס שטראמט איבער מיינע ברעגעס.
דאס לעבן אינדרויסן פוילט זיך ווי א ווארעמע זון אויפן דאך.
אבער אין מיר… פאלט א רעגן, אן קיין שום וואלקענעס.
אבער…
אבער גארנישט. דאס איז מיין לעבן.
זאל דער בית מדרש בלייבן א פערפעקטער, טיק-טאק זייגער.
זאל מיין שכן פארן אויף זיין קלארער, גלייכער 120 יעריגער עסקעלעיטער.
און איך, דא, אראפ פונעם ראולער קאוסטער, פאכע א האנט -
״איך פליה אין גאלעקסיעס וואו נאר אסטראנאטן קענען גרייכן.״
ווייל יעדעס מאל איך פאל, טרעף איך אוצרות - אונטערן ים.