all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

פלי-לאזע העליום

פליה-לאזע העליום א פלעמעלע הונגעריג נאך לופט - אבער נישטאָ.
פידל סטרונעס געשפאַנט, די פינגערס - קומען נישט אָן.
טינט, ענדלאז אין א פענע פאַרמאַכט.
א ניגון פארזיגלט אין גלאָז, זינגט - אומגעהערט.
דאַמף עס באבלט אין א לאָקאָמאָטיוו אָן רעדער.
פליגלען - ברייט און לאנג באשאפן צו פליען - אבער צוגעקלעבט.
א שופר פארשטויבט אין א לעדל - בלאזט גארנישט נאר שטילקייט.
און איך - א באלאָן פון העליום, געבינדן צו א צוים, א צוים - פון וואָס?
#לעבן
cheskygo · 2026↯ current