all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

Rush פאספארט

מיין נפש - א הערליכע לאקאציע פאר א רואיגע אינטערסאנטע, עכט דיפרענט וואקאציע.
די פאנאראמע, די דראמע משונה'דיגע נפלאות הבורא, די לאנדשאפט, נייע באקאנטשאפט ממש א גן עדן.
ס'איז אויגפארכאפנד די בערג דארט, די לופט די קלימאט, יעדעס מאל איך גיי, ממש יעדעס מאל ווער איך פריש נתפעל.
סנישט זייער נאנט אבער ממש נישט ווייט סאיז דא כשר׳ס, למהדרין א ווארעמע ביהמ״ד סאיז שטיל. די כוואליעס, זיי זענען אזוי בארואיגנד עס בלאזט בלויז א רואיג ווינטל די ביימער, שאקלען זיך נאר אין התבודדות.
די הייזער זענען איינפאך טאקע אביסל נאכגעלאזט, איך קוק זיך ארום, איך דערקען עס נישט ממש אביסל ראסט, אביסל פארדזשאוועט, אבער איך קלער זיכער וואלט עס געוען אסאך שענער אויב נאר איך קום ווען אפטער אהער.
איך וואונדער זיך באמת, איך שטוין ס'איז אזא שטילע פלאץ א וואונדערליכע פלאץ א געשמאקע שטילע ווינקל
פארוואס אין די וועלט גייט די היימישע עולם נישט אהין אפטער?
די וועלט דארט, אזוי אפן, אזוי ברייט און די נשמה ווערט פלוצלינג אזוי גרויס, אזוי שיין אז ס'איז אפשר א פחד צו זיין אזוי נאנט צום אייגענעם הארץ?
אדער אפשר - ווייל זיי נעמען נישט קיין rush פאספארט?
cheskygo · 2026↯ current