ווען איך גיי רעכטס
טאטע העלף מיר שטייגן
אוי, ווען איך גיי לינקס
טאטע קום ברענג מיר צוריק
אויב לויף איך פאראויס
טאטע, האלט מיר אן
ווען איך שטייג און פלי ארויף
שקויעך טאטע,
אבער באגלייט מיר
ווייל, ארויף גייט אויך אראפ
איז ווען איך פאל, טאטע
כאפ מיר אן, ביטע
לאז מיר נישט פאלן
אראפ, פאר קיין רגע
ווייל די לעצטע זאך
וואס איך וויל
איז גיין אויף צוריקוועגס.
---
רעכטס ביסטו
ווען ליכטיג שיינט
לינקס אויך ביסטו
אונטערן וואנט
פארנט ביסטו
פאראויס פלאנט
אויבן ביסטו
אייביג און היינט
אונטן ביסטו
אויך דיין רעכטע האנט
פון הונטן ביסטו
מיין באשיצער, מיין וואנט.