א מילכיגער טייך פון פעל,
צום בארג ארויף
אונטער א ירושלימ’ער זון.
טויזנטער טריט, קלאפן אינאיינעם,
מיליאנען פוס, איין ריטעם.
גאלדענע שטויב פליען ווי וואלקנס
סשמעקט
פון אייביגקייט,
גראז, קטורת און קדושה.
קלאפן זיך הערנער
שופרות פייפן אין די לופט.
שטיל,
מעקען מיר אונטער די בארד
מעעע
מ׳גייט, מ׳גייט,
צו די קופערנע טויערן
וואס שפיגלען אין די זון.
מיטן שטעקן
מיט טאנצעדיגע טריט
ער פירט אונז
גלעט אונז, לייכט
די רויעך, א ווארעמע קיש
פון הימל.
אוי,
עפעס.
אנדערע רויעך.
שווארצערע
דיקערע.
די גערוך. אךךך.
די הארפן, שרייען?
די חצוצרות, ווייען?
די מויערן, זיי וויינען.
מיט רויטע, זאלציגע, טרערן.
א שחיטה אן קיין הלכות.
א כאאס אן קיין כהן.
רוימישע, גרויזאמע, שפיציגע שטיוול.
אנשטאט -
בארוועסע, הייליגע, פיסטריט.
א כהן פאלט.
געשחטן.
דער כהן גדול בלוטיגט
דער פאסטוך געשלאכטן.
נאך א כהן. נאך קרבן.
א קאלטער מזבח.
א לעבעדיגער קרבן.
איך בייג אראפ מיין פנים
צו די טרוקענע ערד.
אש. שטויב.
א שטיקל צעריסענע קלייד.
א צעשפאלטענע שטיין.
איין טראפ בלוט
און נאך. אסאך. רויטע.
וועעע
וואו וואנדערן זיי, די שאף?
וואו ווערן זיי געפירט אן א פאסטוך?
דער שטעקן -
פירט שוין נישט צו פרישע גראז.
ער שלאגט.
ווייעדיג, ביטער.
אויפן רוקן.
מיין פעל איז גאנץ,
זייערע קליידער נעבעך צעפליקט.
איך קיי ווידער טרוקענע גראז,
און זיי שלינגען גלות.
און איך, א שטום שעפעלע,
בלייב דא אויף הייסע,
צעקראכענע שטיינער...
א קליינע, פיצל טרער
פאלט
פון א אלטע איד’ס אויגן
אויף גליענדע אש.
א ים פון צער אין איין טראפן.
א טייך פון חרטה, אין איין בליץ.
איך קוק אריין דערין
טיף - און איך זעה
א גאנצע צוקונפט - שווארץ און לאנג
טיפער - און איך זעה
א פרישע מארגן!