all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

שלאפלאזע מחשבות

א מלאכ׳יש געשטאלט, א פנימל פון כסא הכבוד אין מענטשליכע צורה - ווייעך - אין וואלקן געוויקלט א אדם׳דיגע בריאה, הויט׳עלעך פלייש און ביין לויטער הימליש - צארט - א צויבער חן שלאף זיסקייט, שלאף, שיק דארט גריסן ווי א פעדער׳ל שוועב, נייג א אויער צו די גן-עדן׳דיגע שמועסן דיינע אויגעלעך, זעהען און באגרייפן נישט די מארגן אז די אויג איז פארמאכט - געוויס, נישטא קיין זארגן אטעם אריין, ארויס, טיףףף, ארויס אריין ס׳איז דיר גוט, גוט פאר דיר, טאטי טוט נאך אויפזיין עס בלייבט נאר מיינע מידע אויגן, זיך רייבן אין וואונדער ווי קען בשר-ודם געבוירן, הימל׳דיגע קינדער אין שטיקלייט פון נאכט, אין די רוה פון טונקל א פאבריק פון געפילן רוישט דא אין ווינקל אטמאספערעס פון טרוימען אויף דיינע בעקעלעך שוועבן א לבנה - שמייכל׳דיג - דיינע ליפעלעך וועבן פלאנעטן פון מיסטעריע, דיינע אויגעלעך רונדעס פארמירן דיין פינקל׳דיגע שטערן, ווי ליכט - ווארפט קאלירן א קוש אויף דיין שטערן, זי שיינט ווי דארט הויעך געבענטשט ליבלינג - דיין וועזן, דיין קעפעלע, דיין מוח טאטי׳ס גרויסע האנט, שלעפט דיינע קליינע פראגעלעך קום - פליען האנט ביי האנט, צו דיין וועלט אן דאגה׳לעך א פארע ווינטעלע, ווי חצות׳יגע טוי אויף א גראזעלע ווי קען חן אזא מאס, רוען אויף א פיצל נאזעלע ווי האניג - איז מציאות פון לויטער בריאה רצונות פארשלאַפט, פאחלומט יעדע נגיעה סייווי, אויף איז אלעמאל, דא נעבן דיין קישן טאטי - שומר ישראל - לא ינום ולא יישן.
cheskygo · 2026↯ current