א ליכט קען צעגיין
בלויז פון געוויין
טאטע, קען איך פארשטיין
פארוואס, מיין הארץ, און ירושלים -
זענען ביידע צעפיצלטע שטיין?
די פיס צעבויגן
אויסגעקוועטשטע אויגן
די מוח אבער צעפלויגן
די ליכטל, צאפלט, ציטערט אין די אויגן
וואס וויינט ער אזוי? וואס טוט נישט טויגן?
זיי שאקלען מיט די קאפ
לאזן זייערע בלעטלעך אראפ
די רויעך, די פלאמען ברענט אלעס אפ
ספלעגט דא זיין גאלד, גין און פערל
וואס טוסטו מיט מיין שטאט, לאז אפ!
שטיינער קענען וויינען?
טויבעלעך, ווייסן וואס טרערן מיינען?
ווענט קענען אפשר מחשבות ליינען?
איך קען דיר נישט באזוכן, וואנט - היינט
אבער מיט משיח, וועסטו מיר אויפנעמען ביים ערשיינען?
צעריסן, צעריבן
שטיקלעך הארץ, נאר געבליבן
פארלוירן, אנטלאפן, אין פחד פארטריבן
איך דארף יעצט גיין, אוי, זיי געזונט
אין מיר ביסטו אבער אייביג פארבליבן!
גענוג, גענוג, ציון געליטן
גענוג די ווייען, גענוג די שניטן
פון הייליגע, לעכטיגע, פיסטריט געביטן
אויף דיינע שטיינער, בערגלעך, און קריצן
קאזינס און פוקס׳ישע חיה׳שע טריטן.
שוועסטער און ברודער
פארטריבן אין גערודער
צעבראכן, צעשלאגן, צעבלוטיגטע גלידער
בת יוכבד ובן כהן, הוי אחי אחות
זיך פאראייניגט, אין גן עדן ווידער.