×
←
all poems
בס״ד
poem
· yiddish
שטילע כאראקטערס
כאראקטערס צוויי
שטיל זיצן זיי
שווייגנדיג
ביידע
ביים טיר
פון הארץ.
אנגעצויגן ביידע
מיט איין פיס
אין דער לופט,
גרייט צו געבן
איין שטופ
און אריין
אין הארץ.
איז ווען די טיר
איז א שפאלט
א האר
א פיצל אפן,
ווער פליעט
ערשט אריין
דער וואס ליגט דארט -
אפטער.
#תורה
cheskygo · 2026
↯ current