געבויגן
די אויגן
אויף די ערד
געבינדן
געשינדן
פון שווערד
אונמאכט
פארשמאכט
פארשווערט
טרערן טריפען
א כליפען
פארטרערט
חוץ מיין קול
א ווידער קול
צוריקקערט
ווער איז דא
בעמק הבכא
עס קלערט
איז איינער טיף
אויך דא, איך רוף
און הערט?
דער כל יכול
כביכול
פארעהרט
די שכינה אליין
איר געוויין
פארמערט
הוי, געוואלד
אין הארץ קאלט
ווערט
טאטע ליב
אױב דא אין גרוב
באשערט
די קרעכצן
און לעכצן
ביידע שטערט
אין די קייטן
איינער דעם צווייטן
כ'האב געקלערט
זיך מחזק זיין
טיף אינעם פיין
ס'ווערד
דו זיי מיר
און איך פרוביר
פארקערט
נעבעך פארשפארט
עמך די בחרת
אומדערהערט
א פאסיג חברותא
שכינתא בגלותא
די זעלבע ערד
מיר ביידע זאגן ווילן
א שופר, שפילן
מ'הערט!