all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

דמים תרתי

רויטע דעכעלעך רויטע בלומעלעך רויטע ציגל רויטע פלעקעלעך פון שווארצע היסטאריע.
אלטע פענסטערליך קרומע געסעלעך שטיינערנע ווענט מיט פארמאכטע מיילער.
איבער די שטיינדעלעך לויפן הונטעלעך וואו אמאל געלאפן זענען קינדערליך.
רויטע קרוינדעלעך ווייסע הינדעלעך קראצן שטיינדעלעך, זוכן קינדערלעך וואס פלעגן אמאל נאכלויפן זיי.
צווישן שטיין און שטיין איז נאך דא איין אנדערע רויט.
א פלעקעלע וואס רעגן האט שוין לאנג אפגעוואשן,
און די ערד - האפענטליך נאך אלץ געדענקט…
#שואה
cheskygo · 2026↯ current