all poems בס״ד
poem  ·  yiddish

ובא לציון

דער שטיין איז קאלט.
איך ווייס.
אבער ווען איך וועל אים ענדליך, ענדליך, אנכאפן,
וועל איך נישט שפירן קיין קעלט.
איך וועל שפירן,
טויזנט הענט וואס האבן אים אנגעכאפט פאר מיר.
מיליאן טרערן וואס זענען אראפגערינען אויף אים.
אלע נעמען וואס זענען דארט דערמאנט געווארן.
אלע הערצער וואס האבן דארט זיך צעגאסן.
אלע ישועות וואס זענען דארט אויסגעבעטן געווארן.
און איך וועל צולייגן מיינע צוויי הענט.
מיין געוויין. מיינע נעמען. מיינע בקשות.
דער שטיין וועט גארנישט זאגן. נאר, בלייבן שטיין.
און אפשר דאס איז פונקט - פארוואס איך וועל קענען אים זאגן,
אלעס.
#מקומה״ק
cheskygo · 2026↯ current