קיין געפאסטע מונדירן
אן פעדערנע הוטן
קיין קעניגליך מארשירן
אן געמאסטענע טריטן
קיין באגילדעטע שווערדן
אן אויסגעשפיצטע כלי זיין
קיין פרינצליכע פערדן
קיין אידענטישע רייען
קיין רייכע מאלצייטן
אן פערזענליכע אוידענץ
קיין מלכות׳דיגע באגלייטן
אן מוזיק און טענץ
קיין פעלצן פון זיידן
אן גאלדענע קנעפ
קיין מאיאסטעטישע פאראדן
קיין מארמויערנע טרעפ
קיין פארפאנצערטע מויערן
אן א שטיינערנע דאך
קיין פארריגלטע טויערן
אן שוץ, אן וואך
קיין פאטריאטישע לידער
אן שאלנדע טרומפייטער
אין ציטערדיגע גלידער
קעגן שונא שטייט-ער
פארטריבן אין וויסטעניש
פון מלוכה-הויף פאריאגט
גארט פון גלוסטעניש
אויף גוטע צייטן קלאגט
אין זומפן פון שמוץ
צווישן דערנער שטעכעדיגע
פון גלאנץ און פוץ
צו יוניפורמען לעכער׳דיגע
נעם אויפן וועג
די טאקטיקן פארגעשריטענע
פון די גליקליכע טעג
צו די אומשטענדן געביטענע
ס׳אדורך די צייטן
פארפולקאמט דיין טרענירונג
ביסט אצינד א גרייטן
פארטיידיג דיין רעגירונג
כמורע און פראסטן
רעגן און שנייען
דאס איז דיין פאסטן
שלאג דיר און גיי-אן
אצינד איז שלאכט
געענדיגט מושטירן
ביסט אט פארדעם געמאכט
נאר, נישט פארלירן!!