מיליאנען נאטן
פאלן פון הימל.
שורות, שורות
געשריבן, געפירקלט
מיט ווייסע טינט
אויף א פארפרוינע בלאט.
א ווארעמע ניגון
מיט קאלטע תנועות.
שטילע מעלאדיעס
טראפן
פון גן עדן
פארפרוירן אין צייט.
א מוזיק ארקעסטער
מיט סודות'פולע קלאנגען.
פייפט און בלאזט
אראנזשירט
און געשריבן
מיט שפיאנאזש-טינט.
דער ווינט ער וויגט
אויפן פידל פון ווינטער.
קראצט, גלעט
אירע איידעלע
ווייסע
אומזעהבארע סטרונעס.
א ווייסע מעלאדיע
פון אייזיגע קלאנגען.
מיט פויזעס
שווארצע טריט
וואו דער ניגון
ווערט צעטראטן צום טויט.
שטיל, א ווידערקול
מען הערט נישט, מ'פילט.
מ'פילט, די קלאנגען
ווען עס לאנדעט אויף די הויט
און עס צעגייט
אין א ים פון שטילקייט.
א מאצאארט קאנצערט
געשפילט דורך נאטור.
פאר מבינים -
געניטע אויערן
וואס הערן
וואס זיי זעהען.